Actions

Work Header

Rating:
Archive Warning:
Category:
Fandom:
Character:
Additional Tags:
Language:
יידיש
Stats:
Published:
2022-01-30
Words:
219
Chapters:
1/1
Comments:
2
Kudos:
38
Bookmarks:
2
Hits:
243

דערציונג

Summary:

עפשר איז קיינער ניט א שפיאָן א געבוירענער, אָבער אליהו קוריִיאקין קען זאָגן, כאָטשבע, אז ער האָט באקומען זיין בקיאות פרי אין לעבן, און כּדרך הטבֿה.

איבערגעזעצט פון ענגליש

Notes:

אין די טעלעוויזיע פראָגראם איז אליהו קוריִיאקין א שפּיאָן פון ראטנפֿארבאנד, וואס ארבעט אין אינטערנאציאָנאלע אָרגאנעזאציע. ער שטאמט פֿון קיעוו.

(See the end of the work for more notes.)

Work Text:

עפשר איז קיינער ניט א שפיאָן א געבוירענער, אָבער אליהו קור יִ יאקין קען זאָגן, כאָטשבע, אז ער האָט באקומען זיין בקיאות פרי אין לעבן, און כּדרך הטבֿה.

 

קריפּטאָגראפֿיע: אן אכט יאָריקער קענט אליהושקע סײ אלפֿאבעט סײ אלף–בית, פֿיר שפּראכן אין גאנצן. אז ער איז נאך ניט געוואָרן ניין יאָר אלט זיינען א האלב פֿון זיי געוואָרן בסודיק. 

 

אונטערהער: ער זאל שלאָפֿן, אָבער ער קריכט צו דער טיר, צו דער מאמעס קול, אויסגעמישט מיט פֿרעמדע קולער. ׳וועלן קומען מיט דער צייט… אין ווארשע, ביאליסטאק, מינסק, פינסק, קעשענעוו… עפֿשר מזרח? בלייבן, קעמפֿן… ארמיי, כא! … מיט ביקסן? … מורא… ניין? אפֿילו נישט… דעם קינד?׳

 

פֿארמאסקירן: ער הערט אונטער נאך א מאל ביי דער טיר, כאָטש די דירה איז ניט זייערע –– זי שמעקט אנדערש, ניט בעסער און ניט ערגער. מען האט אים איינגעזעצט אין אָטאָמאנקע און אים געגעבן א גלעזעלע טיי, זיסע ווארעניע א זעלטנע לאקעטקע אין אונטן גלאָז, אָבער ער קען ניט זיצן, ניט שלינגען ווייל ׳יעדער טוט וואס ער מוז… אוודאי וועלן מיר אים ארייננעמען… סיז גליקלעך אז ער זעט אויס אזוי העל.׳ 

 

גענארעריי: ׳אָט דאס איז איצט דער פֿעטער, און דאס איז די טאנטע. געדענקסטזשע וואס איך האב דיר געזאגט?׳ 

׳די מאמע איז געווען טאנטע א שוועסטער, זי איז געשטארבן ווען איך בין געווען קליין.׳

׳סיז ריכטיק, טייערער. פֿארגעסזשע מיך. די מאמע דיינע איז שוין א לאנגע צייט אוועק.׳ 



Notes:

זייט מיר מוחל די טעותן